FEMA רעדט אייער שפראך

Release Date Release Number
014
Release Date:
אָקטאָבער 25, 2021

ניו יארק - FEMA שטעלט צו פארטייטשונג און איבערזעצער סערוויסעס כדי צו דערגרייכן און קאמוניקירן מיט קאטאסטראפע איבערלעבערס וואס רעדן ווייניג אדער אינגאנצן נישט קיין ענגליש. FEMA האט אויכעט פערסאנאל און טעכנעלאגיע צו שטיצן קאטאסטראפע קאמפענסאציע פאר די וואס זענען טויב, הערן נישט גוט אדער זעען נישט גוט.

 איבערטייטשונג איז באזירט אויף US צענזוס און אנדערע דעמאגראפישע פארשונגען.

 אין ניו יארק, ערלויבט FEMA'ס געשריבענע איבערטייטשונג סערוויסעס צו קאמוניקירן אין 25 שפראכן.  אלבאניש, אראביש, בענגאליש, בערמאניש, פשוטע כינעזיש, פראנצויזיש, גריכיש, גודזשאראטיש, קרעאליש, עברית, הינדיש, איטאליעניש, יאפאניש, קירונדיש, קארעאיש,  מאלייאיש, פויליש, פארטוגעזיש, רוסיש, שפאניש, סוואהיליש, טאגאלאגיש, אורדו, וויעטנאמיש און אידיש אנדערע שפראכן קען מען צולייגן אז מען וועט דארפן.  

פארן הוריקאן איידע קאטאסטראפע אין ניו יארק האט FEMA אויך א נייעס ארויסלאזן און פאקט בלעטער אויף 25 שפראכן אין איר וועבזייטל, fema.gov. און איר טעלעפאן איבערזעץ סערוויסעס קען קאמוניקירן אין 117 שפראכן.

 רופנדיג די FEMA הילפליין 800-621-3362, פאר די וואס באניצן זיך מיט ווידעא איבערפיר סערוויס (VRS), טעלעפאן איינשריפט סערוויס אדער אנדערע, זאלן געבן יענע נומער פון סערוויס פאר FEMA. הילפליין אפעראטארס זענען דארט פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט טאג-טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער אין אנדערע שפראכן.

איר קענט אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער און זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און סטעיט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. FEMA פערסאנאל זענען אויסטרענירט צו נוצן דעם איבערזעץ סערוויס.

 אן איבערליבער וואס האט באגרענעצטע קענטעניש אין ענגליש וועט ווערן געוויזן א שפראך אידנטיפיקציע מדריך מיט די פראזע ''איך רעד.....'' אין 69 שפראכן. קאטאסטראפע איבערלעבער קענן טייטלען אויפן שפראך וואס זיי פארשטייען, און דער FEMA רעפרעזענטעטיוו וועט אייך פארבינדן מיט אן איבערזעצער וואס רעדט יענע שפראך. 

קאטאסטראפע איבערלעבער וואס וואוינען אין די פאלגנדע ניין קאונטיס ווערן געמוטיגט צו אפליקירן פאר קאטאסטראפע הילף: בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער.

פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 און www.facebook.com/fema.

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד