איידע קאמפענסאציע אמענדירונג און אנדערע קאטאסטראפע פינאנצירונג געלעגנהייטן

Release Date Release Number
22
Release Date:
מייַ 10, 2022

ניו יארק - אכט חודשים זינט די רעשטלעך פון הוריקאן איידע האט געשעדיגט הייזער, ביזנעסעס און אינפראסטרוקטורן איבער ניו יארק,  האבן FEMA, די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע און די נאציאנאלע פלייץ אינשורענס פראגראם  באשטעטיגט כמעט אכט הונדערט מיליאן דאלאר צו העלפן ניו יארקער קומען צו זיך און צוריקבויען.

מער ווי 41,000 ניו יארקער פון די בראנקס, ברוקלין (קינגס קאונטי), קווינס, סטעטן איילענד (ריטשמאנד קאונטי), דאטשעס, נאסאו, אראנדזש, ראקלענד, סופאלק, און וועסטשעסטער קאונטיס זענען געווארן באשטימט פאר FEMA קאטאסטראפע הילף זינט די סעפטעמבער 2021 קאטאסטראפע דעקלאראציע.

זינט מאי דעם 9טן האט FEMA באשטעטיגט 219.2$ מיליאן פאר הייזער און אנדערע נייטיגע שטורעם-שייכותדיגע געברויכן אונטער דער אינדיווידועלע הילף פראגראם. דער סכום איז כולל 197.2$ מיליאן באשטעטיגט פאר צייטווייליגע וואוינונג, דינג הילף, היים פארריכטונג און פארבייט פאר פאסיגע איבערלעבערס און 21.9$ מיליאן באשטעטיגט פאר אנדערע געברויכן הילף, וואס קען העלפן איבערלעבערס באצאלן פאר מעדיצין און ציין אויסגאבן, קינדקעיר, און אנדערע קאטאסטראפע-שייכותדיגע אויסגאבן.

די קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע האט באשטעטיגט 4,046 היים און ביזנעס הלוואות פאר א סך הכל פון מער ווי 213.3$ מיליאן צו העלפן אייגנטימערס, דינגערס און ביזנעסעס קומען צו זיך פון  די רעשטלעך פון הוריקאן איידע. SBA קאטאסטראפע הלוואות זענען די גרעסטע מקורות פון פעדעראלע קאטאסטראפע קאמפענסאציע געלטער פאר איבערלעבערס. FEMA's נאציאנאלע פלייץ אינשורענס פראגראם האט אויסגעצאלט מער ווי 138.9$ מיליאן פאר ניו יארק פאליסי האלטערס און  פארמאכט 2,779 תביעות פאר פלייץ שאדנס פארשאפט פונעם שטורעם.

דורך FEMA's סכנה מילדערונג גרענט פראגראם, אנגעפירט דורך ניו יארק סטעיט, זענען נאך אלץ פארהאן פינאנץ געלעגנהייטן פאר פראיעקטן וואס שטיצן סכנה מילדערונג פלאנירונגען און לאנג-טערמיניגע מילדערונג באפרידיגונגען צו פארשטארקן די סטעיטס סטאבילקייט. ניו יארק סטעיטס HMGP אפליקאציע פעריאד איז נאך אלץ צום באקומען פאר אלע פאסיגע סוב-אפליקאנטן ביז יוני 1. סטעיט אגענטורן, לאקאלע, שבטים און טעריטאָריע֜לע רעגירונגען קענען אפליקירן פאר א גרענט. אייגנטימערס, און ביזנעסעס קענען נישט אפליקירן דירעקט צום פראגראם; פונדעסטוועגן, קען א לאקאלע קאמיוניטי אפליקירן אין זייער נאמען.

מ'קען באקומען מער אינפארמאציע דורך ניו יארק סטעיט אפטייל פון האמלענד סעקיוריטי און עמערדזשענסי סערוויסעס. https://www.dhses.ny.gov/dr-4615-hazard-mitigation-grant-program-funding

פאר אינפארמאציע וועגן FEMA's סכנה מילדערונג גרענט פראגראם, באזוכט: fema.gov/grants/mitigation/hazard-mitigation

פאר אפיציעלע אינפארמאציע וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט www.fema.gov/disaster/4615 . גייט נאך FEMA אויף טוויטער ביי https://twitter.com/FEMARegion2און פייסבוקwww.facebook.com/fema

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד