דאטשעס קאונטי איינוואינער וואס זענען אפעקטירט געווארן ביי הוריקאן איידע קענען יעצט אפליקירן פאר FEMA הילף

Release Date Release Number
015
Release Date:
October 25, 2021

ניו יארק - FEMA האט צוגעלייגט דאטשעס קאונטי צו דעם סעפטעמבער 5 פעדעראלע קאטאסטראפע דעקלעראציע פאר הוריקאן איידע, צוזאמען זענען  דא ניין קאונטיס וואס די איינוואוינער זענען יעצט פאסיג צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף.

 איינוואוינער פון בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער.קאונטיס קענעו יעצט אפליקירן פאר FEMA'ס איינצעלע הילף פראגראם. דער טערמין צו אפליקירן איז מאנטאג, נאוועמבער 6. די וואס האבן שוין אפליקירט דארפן נישט אפליקירן נאכאמאל.

הוריקאן איידע האט אנגעשלאגן ניו יארק סעפטעמבער 1-3. אייגנטימערס און דינגערס אין די ניין קאונטיס וואס זענען געשעדיגט געווארן אדער האבן פארלוסטן דירעקט צוליבן שטורעם ווערן געמוטיגט צו אפליקירן פאר הילף. קאטאסטראפע הילף קען אריינרעכענען גרענטס צו העלפן באצאלן פאר צייטווייליגע וואוינערטער און נייטיגע היים רעמאנט ווי אויך אנדערע ערענסטע קאטאסטראפע-שייכותדיגע באדארפענישן אזוי ווי מעדיצין אין ציין אויסגאבן.

איר זאלט אפליקירן צו FEMA אפילו אז איר האט אינשורענס, אבער קודם מאנט איין ביי אייער אינשורענס פראוויידער. FEMA שטעלט צו הילף פאר אפליקאנטן פאר זייער נישט-אינשורטע אדער ווייניג אינשורטע קאטאסטראפע-פארשאפטע אויסגאבן און ערענסטע געברויכן. אפליקאנטן מוזן מעלדן FEMA פון אלע אינשורענס דעקונג ווי אויך פלייץ, היים-אייגנטימער, און אויטא.

פארזיכערטע אפליקאנטן מוזן צושטעלן דאקומענטן וואס אידנטיפיצירט זייער אינשורענס אויסגלייכונגען אדער בענעפיטן איידער FEMA וועט נעמען אין באטראכט זייער פאסיגקייט פאר קאטאגאריעס פון הילף וואס קען זיין געדעקט דורך פריוואטע אינשורענס.

צו אפליקירן פאר FEMA הילף ביי DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362.. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS) , א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפעראטארס זענען דארט פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט טאג-טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

איר קענט אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער און זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און סטעיט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. צו טרעפן א קאמפענסאציע צענטער לעבן אייך, באזוכט DRC Locator (fema.gov).

פאר אפיציעלע אינפארמאציע  וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט  www.fema.gov/disaster/4615 . גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 און www.facebook.com/fema.

Tags:
Last updated