קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטערס, הילפליין פארמאכט פארן דאנטאג (טענקסגיווינג)

Release Date:
November 24, 2021

FEMA וועט אפשטעלן אפעראציעס אין די דריי פארבליבענע פיקסירטע קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטערס אין ניו יארק דאנערשטאג אין אפמערקונג פונעם דאנקטאג. די FEMA הילפליין וועט אויך זיין פארמאכט פאר דער חגא. אלע דריי צענטערס און די הילפליין וועלן זיך צוריק אויפעפענען פרייטאג נאוועמבער 26.

קאטאסטראפע איבערלעבערס האבן ביז מאנטאג, דעצעמבער 6, צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף כאטש אז איר דארפט נישט באזוכן קיין קאמפענסאציע צענטער צו אפליקירן. איר קענט אפליקירן  אדער דערהיינטיגן אייער אינפארמאציע ביי DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט די FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS), א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפאראטארס געפונען זיך פון 7 צופרי ביז 11 ביי נאכט טאג טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

די FEMA הילפליין וועט זיין פארמאכט פארן דאנקטאג און זיך צוריק עפענען 7 צופרי פרייטאג, נאוועמבער 26.

ביי די קאמפענסאציע צענטערס קענט איר זיך טרעפן מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און שטאט ביוראס און קענט באקומען הילף אויפלאדן דאקומענטן.

צענטער שעה'ן און לאקאציעס ווערן אויסגערעכנט אונטן:

נאסאו קאונטי

Michael J. Tully Park Physical Activity Center 1801 Evergreen Ave. New Hyde Park, NY 11040

שעה'ן: 10 צופרי ביז 6 ביי נאכט  מיטוואך, נאוועמבער 24 און פרייטאג,  נאוועמבער 26

פארמאכט דאנערשטאג, נאוועמבער 25

 

קווינס קאונטי

Queens College

152-45 Melbourne Ave.

Queens, NY 11367

שעה'ן: 10 צופרי ביז 6 ביי נאכט  מיטוואך, נאוועמבער 24 און פרייטאג,  נאוועמבער 26

פארמאכט דאנערשטאג, נאוועמבער 25

 

וועסטשעסטער קאונטי

Mamaroneck Public Library

136Prospect Ave.

Mamaroneck, NY 10543

שעה'ן: 10 צופרי ביז 12:30 נאכמיטאג  מיטוואך, נאוועמבער 24 און 10 צופרי ביז 4:30 נאכמיטאג פרייטאג,  נאוועמבער 26

פארמאכט דאנערשטאג, נאוועמבער 25

 

פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 און www.facebook.com/fema

Tags:
Last updated November 24, 2021