אפטע סיבות אז FEMA קען אייך האלטן פאר נישט ראוי אויף הילף - און וויאזוי מע קען זיך געבן זיי אן עצה [https://www.fema.gov/yi/fact-sheet/common-reasons-fema-may-find-you-ineligible-assistance-and-how-address-them] Release Date: Sep 19, 2024 א בריוו פון FEMA וואס אין אים שטייט אז מען איז נישט ראוי אויף אומגליג-הילף קען אפשר נישט זיין די סוף-אורטל. א מאל, FEMA דארף פשוט א מע זאל נאר צושטעלן נאך ידיעות אדער באשטעטיקנדיגע דאקומענטאציע. אט עטלעכע אפטע סיבות פארוואס אפליקאנטן ווערן אפגעשאצט נישט ראוי, און וויאזוי מע קען ענטפערן צו FEMA/ 1סטע סיבה: מע האט נישט צוגעשיקט FEMA די אלע פארלאנגטע דאקומענטן אדער ידיעות.  * דער פירלייג פון FEMA: ליינט דורך דעם FEMA בריוו מיט קאפ, און שיקט צו FEMAן וואסערע ידיעות מע האט אייך געבעטן. ווען אט די ידיועת קען מע נישט קירגן, לאזט FEMAן וויסן פארוואס נישט. 2טע סיבה: אייער שאדנס אדער אבדות זענען פארזיכערט פון פארזיכערונג אדער אנדערע קוואלן.  לויטן געזעץ קען FEMA נישט פארטאפּלען הילף וואס מע קריגט פון אנדערע קוואלן. ווען איר האט באקומען פארזיכערונג פינאצירונג, קאלעקטיװע פֿינאַנצירונג, פינאצירונג פון ארטיגע אדער שטאַט פראגראמען, אדער פינאנציעלע הילף פון פרייוויליגע אגענטורן, FEMA קען נישט באצאלן אט די זעלבע הוצאות. * דער פירלייג פון FEMA: ווען איר האט שוין געקריגן געלטער פון אנדערע קוואלן, שיק נאר צו FEMAן דאקומענטאציע וואס ווייזט וויאזוי מע האט אויסגעניצט יענע געלטער. די דאקומענטאציע מוז אויפווייזן אז די געלטער וואס איר האט שוין באקומען האבן נישט געקלעקט כדי צו באצאלן הוצאות מיט שייכות צום אומגליג, אדער אז די געלטער זענען געצילעוועט אויף אן אנדער ציל. 3טע סיבה: מע האט איינגעגעבן מער פון איין אפליקאציע אויף אייער בני-בית.  געוויינטלעך, FEMA דערלויבט נאר איין אפּליקאציע פון הויז-הילף לויטן בני-בית אדער אדרעס. * דער פירלייג פון FEMA: פארזיכערט אז דער איין אפליקאציע פון אייער בני-בית נעמט אריין פּרטים פון אבדות פון אלע יחידים אונעם שטוב כדי אז מע מעג בארעכענען אלע מעגלעכע הילף. ווען איר האט נישט איינגעגעבן מער פון איין אפליקאציע, קלינגט דעם FEMA הילף-ליניע 800-621-3362 פון 7 פ״מ ביז האלבער נאכט מזרחישע צייטזאנע כדי ארומצורעדן די אנטדעקונג, ווייל, קען זיין, אז מע האט איינגעגעבן א שווינדלערישע אפּליקאציע אויף אייער אדרעס. 4טע סיבה: FEMA האט נישט געקענט וועריפיצירן אז איר זענט דער בעל-הבית פון שטוב.  FEMA בעט באווייזן פון פארמאגן פון אומגליג-איבערלעבערס וואס אפּליקירן אויף פינאנציעלע הילף כּדי צו העלפן מיט פארריכטן יענעמס געשעדיגטע הייזער. FEMA וועריפיצירט דאס פארמאגנשאפט ביים ניצן עפענטלעכע און מלאכישע רעקארדן, אדער ביים איבערקוקן דאקומענטן וואס זענען איינגעגעבן געווארן. FEMA קען אויך וועריפיצירן פארמאגנשאפט ביי דער צייט פון איבערקוקן דעם געשעדיגט הויז אדער פארמאגן. * דער פירלייג פון FEMA: קאנטאקטירט FEMA כדי איינצוגעבן דאקומענטן וואס ווייזן אויף, אז איר פארמאגט דאס הויז. דאקומענטן וואס מע קען ניצן כדי צו וועריפיצירן פארמאגנשאפט: * אַקט אדער טיטל. * היפּאָטעק דאָקומענטן. * היפּאטעק-באריכטן פונעם בעל-הבית. * אייגנס-שטייער קאבאלע אדער שטייער-חשבון. * אױסגעאַרבעטער היים-באווייז אדער טיטל. * קאנטראקטן פונעם קויפט די (ד״ה: שטר־⁠מכירה). * צװאה (און טױטצעטל) וואס ווייזט, אז איר זענט יורש פונעם פארמאג. 5טע סיבה: FEMA האט נישט געקענט וועריפיצירן, דאס באוואוינען פון איר אינעם פארמאג. FEMA וועריפיצירט די באוואוינונג מיטן ניצן עפענטלעכע און מלאכישע רעקארדן, אדער ביים איבערקוקן דאקומענטן וואס זענען איינגעגעבן געוואר FEMA מעג אויך וועריפיצירן באוואוינונג ביי דער צייט פון איבערקוקן דעם געשעדיגט הויז אדער פארמאגן.  * דער פירלייג פון FEMA: קאנטאקטירט FEMA כדי איינצוגעבן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אייער באוואוינונג. 6טע סיבה: FEMA האט נישט געקענט וועריפיצירן אייער אידענטיטעט. מיטן וועריפיצירן אייער אידענטיטעט, FEMA פארהיט דעם שווינדל און פארזיכערט אז איר וועט באקומען ראויעם אומגליק-הילף. FEMA וועריפיצירט די אידענטיטעט מיטן ניצן עפענטלעכע און מלאכישע רעקארדן, אדער ביים איבערקוקן דאקומענטן וואס זענען איינגעגעבן געווארן. * דער פירלייג פון FEMA: קאנטאקטירט FEMA כדי איינצוגעבן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אייער אידענטיטעט.  7טע סיבה: די באשעדיגטע היים איז נישט געווען אייער עיקרדיגע וואוינונג.  FEMA שטעלט צו אומגליק-הילף ראוי אפליקאנטן אויף אן עיקערדיגער וואוינונג- ד״ה, וואו מע וואוינט מער ווי זעקס מאנאטן פון יאר. FEMA וועט נישט באטראכטן מער ווי איין עיקרדיגע וואוינונג פאר איבערלעבערס און יענעמס זיווג. * דער פירלייג פון FEMA: קאנטאקטירט FEMA כדי איינצוגעבן דאקומענטן וואס ווייזן אויף אייער וואוינונג.  8טע סיבה: די שאדנס קלעקן נישט אויף FEMA הילף. אייער היים איז זיכער אויפן וואוינען. די שאדנס האבן נישט קיין ווירקונג אויף צי איר קענט וואוינען אינעם שטוב. שאדנס אויף נישט-נייטיגע ערטער, לאנדשאפט אדער פארפוילט עסן טויגט נישט אויף FEMA הילף. אז מע האט אפליקירט אויף פעדעראלע אומגליג-הילף אדער מודיע געווען FEMAן אז ס׳איז נישטא קיין שאדן וואס דער אומגליג האט גורם געווען, FEMA וועט האלטן יענעם פאר נישט ראוי אויף הילף. FEMA שטעלט צו סובווענצן נאר אויף פארריכטן כדי צו פארזיכערן אז א שטוב זאל זיין זיכער, צוטריטלעך און אז ס׳פונקציאנירט. FEMA שטעלט נישט צו קיין הילף אויף נישט-נייטיגע הויזשטיקער און פּערזענלעכע פאַרמאגן. * דער פירלייג פון FEMA:  ווען אייערע הויז-באדארפן האבן זיך געטוישט, קאנטאקטירן FEMA שנעל כדי צו דערהיינטיגן אייער וואוינונג און אויף מסביר צו זיין פארוואס איר דארפט הילף אויפן דינגען.  9טע סיבה: א FEMA אינספעקטאר האט אייך נישט געקענט דערגרייכן ביי די קאנטאקט-ידיעות וואס איר האט צוגעשטעלט. ס׳איז דאך וויכטיג צוריקצוקלינגען קלונגן און בקשות פון FEMA אויף ידיעות צו דער צייט. ווען FEMA קענט איר נישט דערגרייכן, אדער איר שטעלט נישט צו די ידיעות וואס מע זאל נישט בעטן, FEMA קען אייך האלט פאר נישט ראוי אויף הילף. איר אדער א פארשטייער וואס איר האט אידענטיפיצירט מוז אנקומען אויף יעדער באשטעלונג מיט FEMA באאמטערע אדער היים אינספעקטארן. ביטע מאכט זיכער ענטפערן קלונגן פון FEMA.  *  דער פירלייג פון FEMA:  ווען איר דערפט נאך אלץ, אז עמיצער זאל איבערקוקן אייער הויז, קלינגט די  FEMA הילף-ליניע ביי 800-621-3362  כדי עס צו בעטן. היים-אינספעקטארן טאן מער ווי קוקן אויף שאדנס פון אייער שטוב, קענען זיי אויך וועריפיצירן דאס פארמאגן, אייער אידענטיטעט, און קענען געפינען נאך שטיקער אין אייער שטוב וואס זענען מעגלעך ראוי אויף הילף. וויאזוי אפצופרעגן די החלטה פון FEMA: ווען איר זענט נישט מסכּים מיט א החלטה פון FEMA, איר האט דאס רעכט אויף צו אפעלירן די החלטה. מע קען אפּפרעגן יעדער החלטה פון FEMA אדער פּריז-סומע מיטן איינשיקן דאקומענטן וואס ווייזן אפ וויאזוי איר קוואליפיצירט און דארפט נאך הילף, אזויווי אפשאצונגען פון פארריכטן, קוויטלעך, חשבונות, אא״וו. יעדער החלטה-בריוו וואס איר באקומט פון FEMA איז מסביר מינים דאקומענטן וואס קענען איר העלפן אפערלירן די החלטה פון FEMA אדער פּריז-סומע אויף יענעם מין הילף. פּאסט אייער אפּעלאציע צו: FEMA יחידים און בני-בית פראגראם נאציאנאלער פּראסעסינג סערוויס צענטער (National Processing Service Center) P.O. באָקס 10055 Hyattsville, MD 20782-8055 ווי אַזוי צו אַפּליקירן פֿאַר FEMA יחיד-הילף * באזוכט א FEMA קאטאסטראפע-ערהוילונג צענטער. צו געפֿינען דיין ניראַסט ומגליק אָפּזוך צענטער, באַזוכן fema.gov/drc. [https://egateway.fema.gov/ESF6/DRCLocator] * רופט אָן פֿימאַ (FEMA) אויף 800-621-3362. ס׳זענען פאראן טעלעפאן אפּעראַטאָרס וואס רעדן עטלעכע שפּראכן. ווען איר נוצט עפעס א רעלע דינסט, אזוי ווי ווידעא רעלע דינסט ( video relay service (VRS)), קאַפּטיאָנעד טעלעפאָן דינסט אָדער אנדערע, גיט פֿימאַ (FEMA) אייער נומער פֿאַר אט דעי דינסט. * אָנווענדן ביי DisasterAssistance.gov [http://www.disasterassistance.gov/]. * אָפּלאָדירן און נוצן די FEMA אַפּ [https://www.fema.gov/about/news-multimedia/mobile-products]. FEMA מגילה זענען צוטריטלעך פֿאַר מענטשן מיט דיסאַביליטיז און אנדערע מיט אַקסעס און פאַנגקשאַנאַל דאַרף.