279$ מיליאן אין פעדעראלע פינאנצן פיטערט ניו יארק צוויי מאנאטן נאך הוריקאן איידע [https://www.fema.gov/yi/press-release/20211110/279-million-federal-funding-fuels-new-york-two-months-after-hurricane-ida] Release Date: נאָוועמבער 8, 2021 ניו יארק - ווען דער איבערבלייב פון הוריקן איידע  האט געשלאגן דעם צפון מזרח זייט פון אמעריקא, זענען ניו יארקער געפלעפט געווארן פון איר אכזריות'קייט. פלייץ-וואסער האט זיך אריינגעגאסן אין אן אונטערבאן סטאציע,  איבערגעדרייעט גאסן צו טייכן און איבערגעלאזט טיילן פונעם ברוקלין-קווינס עקספרעסוויי נישט-אדורכפארנדיג.  דער הוריקאן האט אנגעווארפן 3 אינטשעס רעגן א שעה אין טיילן פון דער שטאט. אין דער צייט וואס עס האט זיך ארומגעבלאנקעט דרום ניו יארק און ארומיגע קאונטיס פון צפון און מזרח זייט, האט איידע חרוב געמאכט הייזער, געשעפטן און קריטישע אפאראטן. ניו יארק'ס שפעטסטע גרויסע שטורעם האט קלאר געמאכט אז די שטאטס פארעלטערטע אפגאנג-קאנאלן זענען נישט געווען קיין פארמעסט מיט איידעס קראפט. עס האט אויך פארשטארקט די אנגייענדיגע זארג פון קלימאטן-בייט און זיין עפעקט אויף ניו יארקער. נייעס באריכטן און סאציעלע מעדיע מודעות האבן אנטפלעגט זייער מידקייט וועגן דעם פארנעם  און העכערע אפטקייט פון שעדלעכע שטורעמס.  פונדעסטוועגן, סטעיט, פעדעראלע און לאקאלע אפיצירן האבן זיך שנעל צונויפגענומען לאנצירן א קרעפטיגן באמיאונג. זינט נאוועמבער 8, האבן FEMA און דער US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע באשטעטיגט $279.9 מיליאן אין פעדעראלע הילף פאר ניו יארקער וואס זענען אפעקטירט געווארן פונעם שטורעם. קאטאסטראפע באאמטע האבן דאס געמאכט א הויפט פריאריטעט צו העלפן די וואס זענען צום מערסטנס אונטערסערווירט, מענטשן וואס טרעטן אפ אונטער די שאטנס.  אין די צוויי חודשים זינט איידע האט דערגרייכט דעם ברעג אין סעפטעמבער 1, האבן קאמיוניטי פירער זיך פאראייניגט מיט נישט קיין ריווח און פרייוויליגע אגענטורן, ניו יארק סיטי עמערדזשענסי פארוואלטונג, ניו יארק סטעיט אפטייל פון לאנד-זיכערקייט און עמערדזשענסי סערוויסעס, און די פעדעראלע עמערדשענסי פארוואלטונג ביורא מיט אן  אמביציעזער ציל צו העלפן ניו יארקער.  זייער קאארדינירטע באמיאונגען האבן אנגעהויבן פארריכטן שאדנס צו אפעקטירטע ערטער און צושטעלן פאר איבעלעבער וואוינונגען, פינאנציעלע הילף פאר צייטווייליגע דירה געלט, און ארבעטסלאזע בענעפיטן ווי אויך עסנווארג, העלטקעיר, לעגאלע און גייסטישע געזונט הילף.  ניו יארקער זענען באשטעטיגט געווארן פאר מער ווי 142.1$ מיליאן אין קאטאסטראפע הילף אריינגערעכנט $129 מיליאן אין הייזער הילף און 13.1$ מיליאן אונטער FEMA'ס אנדערע געברויכן הילף פראגראם. ניו יארק גובארנאטארין קעטי האקול און ניו יארק סיטי מייאר ביל דע-בלאזיאו, דורך דער ניו יארק סטעיט אפיס פאר נייע אמעריקאנער, האבן אויפגעשטעלט א 27$ מיליאן פונד פאר די נישט לעגיטימירטע מענטשן וואס קוואליפיצירן נישט פאר FEMA אינדיווידועלע הילף. ספעציעליסטן אין דעם אפיס פאר נייע אמעריקאנער קענען קאמוניקירן אין מער ווי 200 שפראכן. די קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע, וואס זייערע קאטאסטראפע הלוואות זענען דער גרעסטער מקור פון פעדעראלע קאטאסטראפע קאמפענסאציע פונדס פאר אייגנטימערס, דינגערס, געשעפטן און געוויסע נישט פאר קיין ריווח ארגאניזאציעס, האט באשטעטיגט 137.7$ מיליאן אין היים און ביזנעס הלוואות פאר הוריקאן איידע איבערלעבערס אין די לעצטע צוויי חודשים. אונטער דער הויפט קאטאסטראפע דעקלעראציע וואס פרעזידענט ביידן האט באשטעטיגט סעפטעמבער 5, אייוואוינער פון די בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער קאונטיס זענען פאסיג צו אפליקירן פאר FEMA'ס אינדיווידועלע און הויזגעזינד פראגראם.. עס שטעלט צו פינאנציעלע הילף און דירעקטע סערוויסעס צו פאסיגע אייגנטימערס און דינגערס וואס האבן נישט קיין אינשורענס אדער אונטעראינשורט נייטיגע אויסגאבן און ערענסטע געברויכן אלץ א דירעקע ארויסקום פונעם שטורעם.  די סטעיט פון ניו יארק און FEMA זענען נישט קיין פרעמדע צו די צונויפגעקומענע באמיאונג. עטלעכע שטורעמס און פלייץ געשעענישן אין די לעצטע פאר יאר האבן שטארק פארמינירט די סטעיטס יכולת צו פינאנצירן קאמפענסאציע באמיאונגען, לויטן פריאיגע פארלאנג פון האקול פאר א פעדעראלע עמערדזשענסי דעקלעראציע נאך פאר איידע האט געזען דעם ברעג. דער רעזולטאט איז א נעענטערע ארבעט באציאונג צווישן די פעדעראלע און סטעיט שותפות. באלד נאכדעם וואס עס איז דעקלארירט געווארן א פעדעראלע קאטאסטראפע, האט FEMA געברענט די ערשטע פון די 400 ארבעטער קיין ניו יארק צו העלפן מיט דער קאמפענסאציע באמיאונג. עקסטרע פערסאנאל וועלן שטיצן פונדערווייטנס. אין די לעצטע פאר וואכן, האט דער פעדעראלע רעגירונג אנגעהויבן צולייגן צו איר פערסאנאל געדינגענע אנגעשטעלטע ניו יארקער פאר צייטווייליגע ארבעט.  ''FEMA בלייבט איבערגעגעבן צו העלפן די איינוואוינער פון דרום ניו יארק בשעת זיי רייניגן אפ און פארריכטן די שאדנס פון הוריקאן איידע,'' האט געזאגט דער פעדעראלער קאארדינאט אפיציר לעי סון יאי, וואס פירט אן די פעדעראלע באמיאונג. ''מיר זענען ממשיך ארבעטן מיט ניו יארק סטעיט, ניו יארק סיטי און אנדערע לאקאלע עמערדזשענסי פארוואלטערס צו העלפן די קאמיוניטיס קומען צו זיך און אדרעסירן טייל פון  די באזונדערע פארמעסטונגען  וואס מיר שטייען פאר.  ניו יארק סיטי איז דער גרעסטער שטח פון שטאט איינוואוינער אין לאנד מיט א טייל פון די מערסטע אנדערשדיגע געגנטער אין דער וועלט. אלץ טייל פון FEMA'ס איבערגעגעבנקייט צו פארזיכערן ישרות אין איבערגעבן הילף צו די מערסטע אונטערסערווירטע איבערלעבערס און קאמיוניטיס אין ניו יארק, ערלויבט דער ביורא'ס געשריבענע איבערזעץ סערוויסעס צו איי-עמעווען צו ווערן איבערגעשיקט ביז 25 שפראכן ווי אויך אראביש, בענגאליש, פשוטע כינעזיש, גודזשאראטיש, קירונדיש, סוואהיליש, טאגאלאגיש און אידיש. FEMA'ס טעלעפאן איבערזעץ סערוויס קאמוניקירט אין 117 שפראכן. און FEMA אדרעסירט יושר אין אנדערע וועגן. אלע ניו יארקס קאטאסטראפע איבערלעבערס, ווי אויך די אינוואלידן און וואס דארפן צוגאנג און פונקציאנאלע געברויכן, האבן דעם זעלבן צוטריט צו אינפארמאציע און אפליקירן צו פעדעראלע קאטאסטראפע הילף פראגראמען. FEMA האט געעפענט קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטערס אין אפעקטירטע קאונטיס, וואו די איינוואוינער קענען זיך טרעפן מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטיטיווען פון אנדערע פעדעראלע און סטעיט ביוראס און באקומען אינפארמאציע אין פארשידענע פארמאטן אזוי ווי ברייל, גרויסע אותיות דרוק, אודיאו און עלעקטראנישע ווערסיעס. מאבילע קאמפענסאציע צענטערס האבן באזוכט די קאמיוניטיס און קאטאסטראפע איבערלעבער הילף קאלעקטיווען האבן געקלאפט אויף מער ווי 87,000 טירן אין די אפעקטירטע געגנטער, אנבאטן צו העלפן מענטשן אפליקירן און צושטעלן אינפארמאציע וועגן די פראגראמען.  אין דער צייט ווען ניו יארקער ארבעטן צו פארריכטן די הזיקות פון די שטארקע רעגנס און פלייץ פון הוריקאן איידע, דאס צוגרייטן זייערע שטיבער און ביזנעסעס פאר צוקונפדיגע קאטאסטראפעס איז אויך קריטיש צו דער קאמפענסאציע. אלץ אן ארויסקום, טוט FEMA ווייטער אויסלערנען די איינוואוינער אין פלייץ-גענייגטע געגנטער וועגן פארריכטן זייערע שטובער און זיך בעסער היטן פאר דער נעקסטער קאטאסטראפע. סכנה-מילדערונג ספעציעליסטן באזוכן היים-פארבעסערונג געשעפטן אין די אפעקטירטע געגנטער צו געבן 'טו-עס-אליין' טיפן און טעכניקעס צו בויען סכנה-קעגנגעשטעלטע הייזער. אפילו ווען קאמפענסאציע באמיאונגען פראגרעסירן מיט פריאיגע אכט געצילט אויף הילף פאר אינדיווידועלע און פאמיליעס, אין דער פאראלעלע ליניע, טוט FEMA'ס פובליק הילף פראגראם, דער גרעסטער מקור פון הילף פאר נייטיגע רעגירונג ביוראס, פובליק אינסטיטוציעס און געוויסע נישט פאר קיין ריוח ארגאניזאציעס אזוי ווי געבעט-הייזער, שולן, הייבן זיך אן אויספורעמען.  די פעדעראלע קאטאסטראפע דעקלאראציע האט דעזיגנירט די בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, ניו יארק, אראנדזש, פוטנאם, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק, סוליוואן און וועסטטשעסטער קאונטיס פאר פובליק הילף.  די קאסט-טיילונג פראגראם שטעלט צו גרענטס אפצוגעבן פאסיגע אפליקאנטן אין דער פובליק-הילף דעזיגנירטע קאונטיס פאר פאסיגע קאסטן אוועקנעמען מיסט, עמערדזשענסי שיץ-פראטאקאלן און פערמענאנטע ארבעט צו פארריכטן אדער בייטן קאטאסטראפע-געשעדיגטע בנינים. זינט נאוועמבער 8, זענען 197 אפליקאנטן געווען פאסיג איינצוגעבן פראיעקטן וואס וועט צוריקבויען געשעדיגטע בנינים צו זייער ארגינעלע צושטאנד און פונקציע, ווי אויך שייכות'דיגע און פעדעראלע געפאדערטע קאודס און סטאנדארטן. פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615 [http://fema.gov/disaster/4615]. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 [https://twitter.com/femaregion2] און www.facebook.com/fema [https://u7061146.ct.sendgrid.net/ls/click?upn=TeZUXWpUv-2B6TCY38pVLo9jw1V-2Bo5zjnJlDYvuv2Uss9fUVdD4qLUR5g5P6aeNyAlWOKN_LMDzpl4Nq0l0W7twxHuEzy-2BkxlPg1d7K-2BpAa67OMQF5aA3Z72-2FXM6Bwrk4PgC4ALq-2FN1KZFbq0dIvnjAHIkenOosVeIy4jryNdFhuuVQTvMNeSZQoq3SlT5fPNb9sLEVqccFjBpGLgekSvXV4V4hRGXKdRoDwH7rTrfqYkkwnBGBQ7mTam70ypCa7vTSGgQPx3VU-2BsGnPThHbfDLBkZWFlMiQwx8seofD3qtXHJlJ4IB4EF6LVlCG5HnEzQtAAkMrLOBTy9t4Vb7B3fmmefuNpMnUhT-2Fjwku7Jg2LYMW7EUDxOK70xI4UAjuhp332OxfRqkwLThQXmMBpNL4AL1zHZnUDpnOkYUu-2B-2BxUfTtmne8-3D].