אויב אינשורענס דעקט נישט דעם פארלוסט, קענען אנדערע מקורות העלפן [https://www.fema.gov/yi/press-release/20211007/if-insurance-doesnt-cover-your-loss-other-sources-can-help] Release Date: אָקטאָבער 7, 2021 אבער אפילו די בעסטע דעקונג קען נישט צופרידן שטעלן יעדן געברויך, צוליב דעם, זענען די סטעיט, פעדעראלע און נישט פאר-ריווח פראגראמען צוגעשטעלט. FEMA קען אייך מעגלעך שיקן א בריוו וואס זאגט אז איר זענט נישט פאסיג צו באקומען פעדעראלע קאטאסטראפע הילף אדער פאדערן  נאך אינפארמאציע.  FEMA שטעלט צו הילף פאר אפליקאנטן פאר זייער נישט-אינשורטע אדער ווייניג אינשורטע קאטאסטראפע-פארשאפטע אויסגאבן און ערענסטע געברויכן. אפליקאנטן זענען געפאדערט צו אינפארמירן FEMA פון אלע אינשורענס דעקונגען וואס קען מעגלעך זיין פאר זיי ווי אויך פלייץ, היים, אויטא, מאביל היים, מעדיציניש, קבורה, א.א.וו.  פארזיכערטע אפליקאנטן מוזן צושטעלן דאקומענטן וואס אידנטיפיצירט זייער אינשורענס אויסגלייכונגען אדער בענעפיטן איידער FEMA וועט נעמען אין באטראכט זייער פאסיגקייט פאר קאטאגאריעס פון הילף וואס קען זיין געדעקט דורך פריוואטע אינשורענס.  סיבות פארוואס איר קענט באקמען FEMAס באשלוס בריוו איז כולל: * די באוואוינונג איז נישט געווארן וועריפיקירט; * אייגנשאפט פון די געשעדיגטע פארמעגן איז נישט געווארן וועריפיקירט; *  באווייז פון אידענטיטעט איז נישט געווארן וועריפיקירט; *  FEMA האט נישט באקומען אינשורענס אויסגלייכונגען דאקומענטן. איר זאלן לייענען דעם בריוו מיט קאפ אז איר זאלט קענען צושטעלן די אינפארמאציע אדער דאקומענטן וואס FEMA בעט. אויב איר האט פראגעס וועגן דעם בריוו אדער וועגן FEMAס החלטה, האט אייער FEMA רעגיסטראציע נומער אונטער דער האנט ווען איר רופט דעם FEMA הילפליין 800-621-3662 (VRS/711). די ליינס זענען אפן פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט זיבן טאג א וואך, און טעלעפאניסטן קענען אייך פארבינדן מיט א ספעציאליסט וואס רעדט אייער שפראך. אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. לויטן פעדעראלן געזעץ, קען נישט FEMA דופליקירן צאלונגען צו יחידים אדער משפחות פאר פארלוסטן וואס זענען געדעקט ביי אינשורענס.  אויב איר זענט פארשיכערט, זאלט איר זיך פארבינדן מיט אייער אינשורענס קאמפאני באלד אויסצופילן א תביעה און בעטן דאקומענטן וואס לאזן אייך וויסן וועגן אייער אינשורענס דעקונג, בענעפיטן, און אויסגלייכונגען, דאקומענטן וואס גיט צו פארשטיין פונקטלעך וואס איז געדעקט און ווערט באצאלט אונטער אייער תביעה. דאן שיקט מיט דער פאסט די אינפארמאציע צו FEMA, INDIVIDUALS & HOUSEHOLDS PROGRAM, NATIONAL PROCESSING SERVICE CENTER, P.O. BOX 10055, HYATTSVILLE, MD 20782-7055,אדער פאקסט עס צו 800-827-8112. שרייבט צו אייער FEMA רעגיסטראציע נומער אויף אלע דאקומענטן. איר קענט אפילירן סיי וועלכע החלטה ביז 60 טעג פונעם דאטע פון FEMAס החלטה בריוו. הדרכות צו אפעלירן קען מען געפונען אין יענעם FEMA בריוו. איר ווערט שטארק געמוטיגט אריינשיקן א געפארטיגטע US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע הלוואה אפליקאציע אויב איר האט איינס באקומען. דאס איז א נייטיגע שריט כדי באטראכט צו ווערן פאר אנדערע  סארטן קאטאסטראפע הילף.  איר קענט איינגעבן אייער SBA אפליקאציע https://DisasterLoanAssistance.sba.gov [https://disasterloanassistance.sba.gov/] אדער רופט SBAס קונה סערוויס סענטער 800-659-2955 פאר מער אינפארמאציע. איר קענט אויך באזוכן סיי וועלכע קאטאסטראפע פארבעסערונג צענטער. טרעפט איינס אין DRC Locator (fema.gov) [https://egateway.fema.gov/ESF6/DRCLocator]. דער טערמין אָנצוגעבן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איז זונטאג, דעצעמבער 5. פאר אינפארמאציע וועגן די פלייץ אינשורענס פאדערונגען פאר באקומערס פון פעדעראלע קאטאסטראפע הילף, באזוכט https://www.fema.gov/sites/default/files/2020-05/FloodInsuranceRequirements-080119.pdf.  פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן, באזוכט DisasterAssistance.gov [http://www.disasterassistance.gov/] און דרוקט אויף ''אינפארמאציע.'' פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן,באזוכט https://www.211nys.org/contact-us אדער רופט 211. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311. דער US דעפארטמענט אוו העלט און מענטשן-באדינונגען נארקעמאניע און גייסטישע געזונט-באדינונגען אדמיניסטראציע האט אויפגעעפענט איר קאטאסטראפע צרה הילפליין. דער אומזיסטער, פילשפראכיגער, קריזעס שטיצ-דינסט איז אפן 24/7 ביי 800-985-5990 פאר קאטאסטראפע איבערלעבערס וואס שפירן גייסטישע צערידערונגען. די אמעריקאנער שטום-לשון באניצערס קענען קאנטאקטן די הילפליין דורך ווידעא-טעלעפאן ביי 800-985-5990, אדער דורך אויסקלייבן די ''ASL Now'' אפציע אויף דער רעכטער זייט פון דעם וועבזייטל  Disaster Distress Helpline-ASL Now [https://usfema-my.sharepoint.com/personal/0376056852_fema_dhs_gov/Documents/Documents/00-4615%20NEW%20YORK/4615%20Products/News%20Releases/Disaster%20Distress%20Helpline-ASL%20Now].  פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615 [http://www.fema.gov/disaster/4615]. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 [https://twitter.com/femaregion2] און www.facebook.com/fema [https://u7061146.ct.sendgrid.net/ls/click?upn=TeZUXWpUv-2B6TCY38pVLo9jw1V-2Bo5zjnJlDYvuv2Uss9fUVdD4qLUR5g5P6aeNyAlWOKN_LMDzpl4Nq0l0W7twxHuEzy-2BkxlPg1d7K-2BpAa67OMQF5aA3Z72-2FXM6Bwrk4PgC4ALq-2FN1KZFbq0dIvnjAHIkenOosVeIy4jryNdFhuuVQTvMNeSZQoq3SlT5fPNb9sLEVqccFjBpGLgekSvXV4V4hRGXKdRoDwH7rTrfqYkkwnBGBQ7mTam70ypCa7vTSGgQPx3VU-2BsGnPThHbfDLBkZWFlMiQwx8seofD3qtXHJlJ4IB4EF6LVlCG5HnEzQtAAkMrLOBTy9t4Vb7B3fmmefuNpMnUhT-2Fjwku7Jg2LYMW7EUDxOK70xI4UAjuhp332OxfRqkwLThQXmMBpNL4AL1zHZnUDpnOkYUu-2B-2BxUfTtmne8-3D]