ניו יארק - מענטשן וואס באקומען סאשעל סעקיוריטי אדער אנדערע הילף פון דער רעגירונג זאל נישט זארגן אז FEMA קאטאסטראפע הילף קען אפעקטירן זייערע בענעפיטן.
אויב איר וואוינט אין בראנקס, קינגס, נאסאו, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד אדער וועסטשעסטער קאונטי און האט אפליקירט צו FEMA פאר פעדעראלע קאטאסטראפע הילף נאך הוריקאן איידע, זענט איר נישט אין קיין געפאר פון פארלירן אנדערע בענעפיטן אויף וואס איר זענט בארעכטיגט.
FEMA קאטאסטראפע גרענטס ווערן נישט גערעכנא אלץ א שטייערדיגע הכנסה. אננעמען א FEMA גרענט וועט נישט אפעקטחרן אייער סאשעל סעקיוריטי בענעפיטן, מעדיקעיר, צעדיקעיד, עקסטרע נערונג העלף פראגראם (SNAP) אדער אנדערע פעדעראלע הילף פראגראמען.
קאטאסטראפע גרענטס פעלפן באצאלן פאר א צייטווייליגן הויז, נייטיגע היים-רעמאנד דעשען צוליב איידע, פערזענלעכע רכוש בייטן און אנדערע ערענסטע קאטאסטראפע-שייכות'דיגע געברויכן נישט געדעקט ביי אייער אינשורענס אדער אנדערע מקורות.
עס זענען פאראן עטלעכע וועגן צו אפליקירן פאר פעדעראלע קאטאסטראפע הילף.
- באזוכט DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס (VRS) אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפעראטארס זענען דארט פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט טאג-טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.
- איר קענט אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער און זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און שטאַט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. צו טרעפן א קאמפענסאציע צענטער לעבן אייך, באזוכט DRC Locator (fema.gov).
- דער ראקלענד קאונטי קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער איז אפן טאג-טעגליך פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט. ביי:
- Orangetown Soccer Club Complex, 175 Old Orangeburg Road, Orangeburg, NY 10962
- די פאלגנדע צענטערס זענען אפן פון 10 צופרי ביז 6 ביי נאכט מאנטאג ביז שבת, געשלאסן זונטאג:
- Hostos College, 450 Grand Concourse, Bronx, NY 10451
- Queens College, 152-45 Melbourne Ave., Queens, NY 11367
- Medgar Evers College, 231 Crown St., Brooklyn, NY 11225
- College of Staten Island, 2800 Victory Blvd., Staten Island, NY 10314
- Michael J. Tully Park Physical Activity Center, 1801 Evergreen Ave., New Hyde Park, NY 11040
- Rose Caracappa Senior Center, 739 NY-25A, Mount Sinai, NY 11766
- Public Library, 136 Prospect Ave., Mamaroneck, NY 10543
דער טערמין צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איז מאנטאג, דעצעמבער 6.
פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן און אנדער הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov און דרוקט אויף ''אינפארמאציע.''
פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן, קאנטאקט אייער נאענטסטע 211Counts צענטער אין https://www.211nys.org/contact-us. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311.
פאר די לעצטע אינפארמאציע וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אויף טוויטער אין https://twitter.com/FEMARegion2און אויף פייסבוךwww.facebook.com/fema.