אפליקירט פאר FEMA קאטאסטראפע הילף פאר דעצעמבער 6

Release Date:
November 29, 2021

מיטן טערמין צו אפליקירן פאר פעדעראלע קאטאסטראפע הילף נאר זיבן טאג אוועק, זאלן ניו יארקער וואס האבן געהאט פארלוסטן אדער שאדנס פון הוריקאן איידע האבן אין זינען אז FEMA שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר פאסיגע אינדיווידועלע און הויזגעזינדער וואס האבן נישט קיין אינשורענס אדער זענען אונטעראינשורט די נייטיגע אויסגאבן וואס זענען ארויסגעקומען צוליב דעם שטורעם.  FEMA הילף פארטרעט נישט אינשורענס און קען נישט צוריקצאלן פאר אלע פארלוסטן געשען פון דער קאטאסטראפע.

  • אייגנטימערס און דינגערס קענען אפליקירן פאר הילף אויב זיי וואוינען אין דער בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער.קאונטיס און האבן געהאט שאדן פון דעם סעפטעמבער 1-3 שטורעם.
  • דער טערמין צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איז מאנטאג, דעצעמבער 6. דאס איז אויך דער טערמין צו אפליקירן פאר א קאטאסטראפע הלוואה פון דער US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע.
  • אייגנטימערס וואס האבן שאדנס נישט געדעקט ביי אינשורענס זענען פאסיג צו אפליקירן פאר קאטאסטראפע הילף צו פארריכטן אדער צוריקבויען זייער הויפט שטוב.
  • אייגנטימערס פון קאנדאמיניומס און קאָאַפעראטיווען זענען פאסיג צו אפליקירן פאר הילף פאר נישט קיין סטרוקטורעלע רעמאנט אינעווייניג זייערע דירה'ס. FEMA וועט נישט דעקן די בשותפת'דיגע ערטער אדער אנדערע סטרוקטורעלע עלעמענטן וואס זענען געדעקט ביי דעם בנין'ס הויפט אינשורענס פאליסי.
  • דינגערס וואס האבן געהאט פארלוסטן צוליב הוריקאן איידע ווערן אויך געמוטיגט צו אפליקירן פאר FEMA הילף. פארלוסטן וואס קומען אין באטראכט פאר הילף זענען כולל שאדן צו פערזענלעכע רכוש אזוי ווי מעבל און אפאראטן.
  • נישט-ליגימיטירטע ניו יארקער וואס זענען איינע פון די עלטערן אדער אן אפוטרופוס פון א מינער-יעריגן קינד וואס וואוינט אין דעם זעלבן הויגעזינד קען אפליקירן פאר קאטאסטראפע הילף פארן קינד אויב דאס קינד איז א US בירגער, נישט קיין בירגער נאציאנאל, אדער א קוואליפיצירטער אויסלענדישער. דאס קינד מוז זיין אונטער 18 יאר אלט ווען די קאטאסטראפע האט פאסירט. דאס קינד וועט ווערן רעגיסטרירט אלץ דער אפליקאנט און די עלטערן אדער אפוטרופוס אלץ מיט-אפליקאנט.
  • דינגערס פון קעלער דירה'ס זענען פאסיג צו אפליקירן צו FEMA פאר קאטאסטראפע הילף נישט קוקנדיג אויף זאניר-סטאטוס פון זייערע דירות. דינגערס קענען זיין פאסיג צו באקומען געלט צו פארריכטן אדער בייטן פערזענלעכע רכוש אזוי ווי מעבל, דיוואנען, און אפאראטן וואס איז געשעדיגט געוואן אינעם שטורעם. א FEMA גרענט קען העלפן בייטן די זאכן וואס זענען נישט געדעקט דורך זייער דינגער אינשורענס.

צו אפליקירן פאר FEMA הילף ביי DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס VRS)), א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפארעיטארס געפונען זיך פון 7 צופרי ביז 11 ביי נאכט טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

דער הויפט מקור פון פעדעראלע פינאצירונג פאר לאנג-טערמיניגע קאמפנסאציע נישט געדעקט ביי אינשורענס קאמפאניס איז די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע. SBA טוט אנבאטן קאטאסטראפע הילף פארמירט פון נידעריגע-ריבית הלוואות פאר אייגנטימערס, דינגער און ביזנעסעס.

אויב איר האט אפליקירט פאר FEMA קאטאסטראפע הילף און זענט געווארן איבערגעפירט צו SBA צו אפליקירן פאר א נידעריגע-ריבית הלוואה, זענט איר געמוטיגט דאס צו טון. אויב איר זענט נישט פאסיג פאר אן הלוואה, פונדעסטוועגן, וועט אייך SBA צוריק איבערשיקן צו FEMA, וואס קען מעגלעך עפענען א טיר צו הילף אונטער FEMA's אנדערע געברויכן הילף פראגראם.

אייגנטימערס, דינגערס און ביזנעסעס וואס זענען אפעקטירט געווארן ביי הוריקאן איידע קענען אפליקירן פאר קאטאסטראפע הלוואות ניצנדיג SBA's פארזיכערטע וועבזייטל: disasterloanassistance.sba.gov/ela/s/. פאר מער אינפארמאציע, אפליקאנטן קענען אויך רופן SBA's קונים-באדינונג צענטער 800-659-2955 אדער אימעילט DisasterCustomerService@sba.gov. איינצעלע וואס זענען טויב אדער שווער צו הערן קענען רופן 800-877-8339

פאר אפיציעלע אינפארמאציע וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט www.fema.gov/disaster/4615 . גייט נאך FEMA  אויף טוויטער  https://twitter.com/FEMARegion2און פייסבוקwww.facebook.com/fema.

Tags:
Last updated December 3, 2021