Main Content

פימא פארברייטערט אריבערגייענדע שעלטערינג הילף פראגראם אין ניו יארק

Release date: 
07/05/2013
Release Number: 
229

ניו יארק- די פעדעראלע עמערזשענסי מענעדשמענט אגענטור, אויפ'ן פארלאנג פון די סטעיט פון ניו יארק, האט באשטעטיגט א 17-טאגעדיגע פארלענגערונג פאר די אריבערגייענדע שעלטערינג הילף (TSA) פראגראם, וועלכע ערלויבט פאר בארעכטיגטע איבערלעבער פון האריקעין סענדי וועלכע קענען נישט צוריקגיין צו זייערע היימען צו בלייבן אין אנטיילנעמענדע האטעלן.

די טשעק-אוט דאטום איז פארלענגערט געווארן ביז אוגוסט 6, 2013. פימא רופט אפליקאנטן וועלכע זענען בארעכטיגט פאר די פארלענגערונג זיי צו מעלדן איבער די נייע טשעק-אוט דאטום.

די צייטווייליגע אריבערגייענדע שעלטערינג הילף פראגראם ערלויבט פאר בארעכטיגטע האריקעין סענדי איבערלעבער וועמענס הייזער זענען געווארן שטארק געשעדיגט אדער פארניכטעט צו פארבלייבן אין די האטעל פאר א באגרעניצטע צייט. די קאסטן פון די שטוב ווערט באצאלט דירעקט צו די האטעל דורך פימא.

די פארלענגערונג איז באשטעטיגט צו העלפן די אפליקאנטן וועלכע זענען נאך בארעכטיגט פאר די פראגראם צו פארבלייבן אין האטעלן אינדערצייט וואס פימא און זייער סטעיט און לאקאלע פארטנערס ארבעטן צו אידענטיפיצירן לענגערע-טערמין האוזינג לעזונגען. אלע TSA אפליקאנטן וועלכע שטייען יעצט איין אין האטעלן ווערן אפגעשאצט פאר אנגייענדע בארעכטיגונג.

פימא טוט ווייטער ארבעטן אינאיינעם מיט די סטעיט, לאקאלע און וואלונטירנ'דע אגענטור שותפים צו העלפן אפליקאנטן דורך אוטריטש און פוקלאמער קעיס-ארבעט צו אידענטיפיצירן און זיי אריבערשטעלן צו מער פאסיגע צייטווייליגע אדער לאנג-טערמינענדע האוזינג.

מאלצייטן, טעלעפאן קאלס און אנדערע אינצידענליכע קאסטן זענען נישט געדעקט, און אפליקאנטן זענען פאראנטווארטליך פאר סיי וועלכע אויפהאלטן קאסטן העכער די אויטארעזירטע צאלונג.

פאר מער אינפארמאציע אויף ניו יארק'ס חורבן ערהוילונג, באזוכט www.fema.gov/SandyNY, www.twitter.com/FEMASandy, www.facebook.com/FEMASandy  און www.fema.gov/blog.

Last Updated: 
07/09/2013 - 15:20
State/Tribal Government or Region: 
Related Disaster: