Federal Emergency Management Agency

נאך 6 מאנאטן, מאכן ניו יארקער געמיינדעס פארשריט אין די האריקעין סענדי ערהוילונג

Main Content
Release date: 
04/26/2013
Release Number: 
213

ניו יארק - אין די 6 מאנאטן זינט האריקעין סענדי האט אנגעפאלן אום אקטאבער 29 2012, איז געמאכט געווארן ערנסטע פארשריט אין די ניו יארקער ערהוילונג.

כמעט אלע אפפאל איז שוין אוועקגענומען געווארן. מערערע איבערלעבער האבן זיך שוין צוריקגעקערט צו זייערע היימען און האבן פאראכטן אדער ערזעצט געשעדיגטע אדער פארניכטעטע פערזענליכע פראפערטי. ביזנעסער עפענען זיך צוריק אויף. 

מערערע פובליק שולעס, לייבעריעס, קאמיוניטי צענטערן און אנדערע אינסטיטוציעס האבן זיך שוין צוריק געעפנט, אריינגערעכנט ניו יארק יוניווערסיטי לענגאן מעדיקען צענטער, בעלוויאו האספיטאל און קאני איילענד האספיטאל.

די פעדעראלע עמערדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור האט אום פעברואר ארויסגעגעבן די פארגעשלאגענע פארפלייצונג-ריזיקע דאטא צו העלפן היים-אייגנטומער, ביזנעס אייגנטומער און עפענטליכע פאסיליטיעס פלאנירן פאר צוקונפטיגע פארפלייצונגען. בעלוויאו האספיטאל איז פון צווישן די פאסיליטיעס וועלכע נוצן שוין די פארגעשלאגענע בעיס פלאד הייעך דאטא זיך צו באשיצן פון צוקונפטיגע פארפלייצונגען. 

"ניו יארק האט געמאכט ערנסטע פארשריט אין די 6 מאנאטן זייט סענדי" האט געזאגט מייקל פ. ביירען, FEMA'ס פעדעראלער קאארדינעטינג אפיציר פאר האריקעין סענדי אפעראציעס. "אבער די ארבעט איז נישט פארטיג. מיר ארבעטן מיט אונזערע סטעיט און לאקאלע שותפים צו נעמען פארלייכטערונג שריט צו פארזיכערן אז ניו יארק קען בעסער איבערטראגן צוקונפטיגע שטורעמס". 

די גאנצע געמיינדע איז פארמישט אין די ערהוילונג, אריינגערעכנט לאקאלע, סטעיט, פעדעראלע, טרייבעל, די פריוואטע סעקטאר, וואלאנטירן און גלויבן-באזירטע ארגאניזאציעס.

ביז יעצט איז שוין צוגעשטעלט געווארן אריבער 6.6 ביליאן דאלאר אין חורבן הילף פאר אינדיווידועלן און פאמיליעס, צינזן-נידריגע הלוואות, פלאד אינשורענס קלאגע באצאלונגען, און געלט אוועקצופירן אפפאל, פארעכטן אדער ערזעצן עפענטליכע פאסיליטיעס און צוריקצאלונגען פאר עמערדזשענסי אויסגאבן.

FEMA האט באשטעטיגט אריבער 959 מיליאן דאלאר פאר אינדיווידועלן און הויזגעזונדן אין ניו יארק צו העלפן בארעכטיגטע איבערלעבער מיט היים פארעכטיגונגען, צייטווייליגע רענט קאסטן און אנדערע אומ'אינשורטע האריקעין פארבינדעטע פארלוסטן.

די קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע פון די פאראייניגטע שטאטן האט באשטעטיגט צינזן-נידריגע הלוואות וואס באטרעפן אינאיינעם מער ווי 1.4 ביליאן דאלאר פאר כמעט 22,000 היים-אייגנטומער, רענטער און ביזנעסער.

 

נאך 6 מאנאטן, מאכן ניו יארקער געמיינדעס פארשריט אין די האריקעין סענדי ערהוילונג - צווייטער בלאט

די נאציאנאלע פלאד אינשורענס פראגראם האט באצאלט כמעט 3.4 ביליאן דאלאר פון קלאגעס פאר 56,766 פאליסי האלטער.

דאס אוועקפירן אפפאל, וואס איז קריטיש וויכטיג צו איבערבויען געגנטער, איז כמעט 95 פראצענט פארטיג. די פאראייניגטע שטאטן ארמיי קאר אוו אינדזשענירס און לאקאלע און סטעיט אגענטורן האבן שוין אויפגערייניגט כמעט 5.7 מיליאן פון די געשאצטע 6 מיליאן קיוביק יארד פון אפפאל.

FEMA האט באשטעטיגט אריבער 848 מיליאן דאלאר אין עפענטליכע הילף גרענטס צוריקצוצאלן סטעיט, טרייבעל און לאקאלע רעגירונגען און בארעכטיגטע נישט-פראפיטס פאר קאסטן וועלכע זענען פארבינדן צו די עמערדזשענסי רעאקציע, אפפאל אוועקפירונג, פארעכטונגען אדער איבערבוי פון געשעדיגטע פובליק פאסיליטיעס, צווישן אנדערע.

די גרענטס רעכענען אריין אריבער 114 מיליאן דאלאר פאר ניו יארק יוניווערסיטי לענגאן מעדיקען צענטער פאר צייטווייליגע פארעכטיגונגען, פאציענט עוואקואציעס און אנדערע עמערדזשענסי פארבינדעטע אויסגאבן, 5.1 מיליאן דאלאר פאר די ניו יארק סיטי דעפארטמענט פון ענווייראמענטאל פראטעקשאן צו פארעכטן אדער ווידעראויפבויען 16 פאמפ סטאנציעס, און 3.8 מיליאן דאלאר פאר לאנג ביטש פובליק שולעס צו פארעכטן די שולעס עלעמענטרי, מיטעלע און הויעך שולעס.  

אריבער 21,000 פאמיליעס האבן געקענט פארבלייבן אין זייערע שטורעם-געשעדיגטע אין די צייט וואס פארעכטיגונגען זענען געמאכט געווארן צוליב די שעלטערינג און צייטווייליגע עסענטשל פאוער פראגראם, אנגעפירט דורך לאקאלע רעגירונגען און באצאלט דורך FEMA.

צוליב א מאנגל אין הייזער פאר רענט זענען 5,933 מענטשן און פאמיליעס צייטווייליג אריינגעשטעלט געווארן אין האטעל צימערן אונטער די טראנזישינעל שעלטערינג הילף פראגראם.

6 מאנאטן נאכן שטורעם זענען כמעט 1,500FEMA  ארבעטער ביי די ארבעט אין ניו יארק, אריינגערעכנט כמעט 400 לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען אויפגענומען געווארן צו העלפן מיט די ערהוילונג אפעראציעס.  

שטורעם איבערלעבער באקומען ווייטער פנים-צו-פנים הילף אין די ערהוילונג פראצעדור ביי חורבן ערהוילונג צענטערן, ביז היינט זענען געמאכט געווארן אריבער 181,000 באזוכן צו די צענטערן.

די פעדעראלע חורבן ערהוילונג קאארדינאציע האט זיך אנגעהויבן גאנץ פרי נאכן חורבן ווען אריבער א דאזען פעדעראלע אגענטורן האבן זיך אראפגעלאזט קיין ניו יארק אונטער די נאציאנאלע חורבן ערהוילונג פרעימווארק. זייער מיסיע איז געווען צו קאארדינירן איינער מיט די אנדערע און ארבעטן צוזאם מיט סטעיט און לאקאלע באאמטע און הונדערטער שותפים איבער א דורכדרינגליכע, גאנצע-געמיינדע ערהוילונג סטראטעגיע פאר ניו יארק סטעיט.  

די ערהוילונג סופארט סטראטעגיע, וואס דארף ארויסקומען דעם זומער, ציהלט אויף וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען העלפן ווידעראויפבויען ניו יארק בעסער, שטערקער און קלוגער. און צוגאב צו אסאך עצות פון לאקאלע און נאציאנאלע ענערגיע, האוזינג, טראנספארטאציע, אינפעסטרוקטור, העלטה, יומען סערוויסעס, עקענאמישע, און ענוויראמענטאלע עקספערטן טוט אויך די סטראטעגיע אפשפיגלען סוקסעספולע פראקטיצירונגען פון אנדערע ערנסטע חורבנות.

די דאקומענט טוט אויך אריינרעכענען ראט איבער די עפעקטיווע באנוץ פון ביליאנען דאלארן אין סענדי סופלעמענטאלע פאנדס וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך קאנגרעס און פרעזידענט אבאמא פריער אין יאר. די פעדעראלע חורבן ערהוילונג קאארדינאציע אין ניו יארק וועט ווייטער אנגיין.

פאר מער איבער האריקעין סענדי ערהוילונג אין ניו יארק גייט צו www.FEMA.gov/SandyNY.

 

נאך 6 מאנאטן, מאכן ניו יארקער געמיינדעס פארשריט אין די האריקעין סענדי ערהוילונג - דריטער בלאט

###

FEMA 'ס מיסיע איז צו אונטערשטיצן אונזערע בירגער און ערשטע הילף צו פארזיכערן אז מיר ארבעטן אינאיינעם אלס א פאלק צו בויען, דערהאלטן און פארבעסערן אונזער מעגליכקייט זיך צוגרייטן צו, באשיצן פון, רעאגירן צו, זיך ערהוילן פון, און פארלייכטערן אלע געפארן.

חורבן ערהוילונג הילף איז גרייט אן אינטערשייד צוליב ראסע, קאליר, געשלעכט, רעליגיע, נאציאנאלע אפשטאם, עלטער, דיסעביליטי, באהאוונטקייט אין די ענגלישע שפראך, אדער עקאנאמישע סטאטוס. אויב ווייסט איר פון איינעם וואס איז דיסקרימינירט געווארן, רופט FEMA טאל-פריי אויף 800-621-FEMA (3362). פאר TTY רופט 800-462-7585.

Last Updated: 
04/29/2013 - 10:32
State/Tribal Government or Region: 
Related Disaster: 
Back to Top