Federal Emergency Management Agency

FEMA פארלענגערט צייטווייליגע שעלטער הילף פראגראם אין ניו יארק

Main Content
Release date: 
04/24/2013
Release Number: 
211

ניו יארק – די פעדעראלע עמערדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור האט באשטעטיגט, אויפן פארלאנג פון ניו יארק סטעיט, א 14 טאג'יגע פארלענגערונג צו די צייטווייליגע שעלטער הילף פראגראם  (TSA), וואס ערלויבט בארעכטיגטע איבערלעבער פון האריקעין סענדי וועלכע קענען זיך נישט צוריקקערן צו זייערע היימען צו בלייבן אין זייערע האטעלן אדער מאטעלן.

די נייע ארויסטשעק דאטום וואס איז פריער געווען מאי 1, איז נאכאמאל פארלענגערט געווארן צו מאי 29, FEMA וועט רופן אפליקאנטן וועלכע זענען בארעכטיגט פאר די פארלענגערונג וועלן איינגעמאלדן ווערן איבער די נייע ארויסטשעק דאטום

די צייטווייליגע שעלטער הילף פראגראם ערלויבט בארעכטיגטע האריקעין סענדי איבערלעבער וועמענס היימען זענען ערנסט געשעדיגט אדער פארניכטעט געווארן איינצושטיין אין א האטעל אדער מאטעל פאר א באגרעניצטע צייט און די קאסטן פון פונעם צימער און שטייערן ווערן באצאלט דורך FEMA דירעקט צום האטעל.

די פארלענגערונג איז באשטעטיגט געווארן צו העלפן די אפליקאנטן וועלכע זענען נאך בארעכטיגט פארן פראגראם צו םארבלייבן אין האטעלן אין די צייט וואס FEMA און אירע סטעיט און לאקאלע שותפים ארבעטן צו אידענטיפיצירן לאנג טערמיניגע האוזינג עצות. אלע TSA אפליקאנטן וועלכע האלטן זיך יעצט אויף אין האטעלן וועלן אפגעשאצט ווערן פאר ווייטערדיגע בארעכטיגונג.

 FEMAזעצט פאר צו ארבעטן מיט סטעיט, לאקאלע און וואלאנטיר אגענטור שותפים צו ארויסהעלפן אפליקאנטן דורך אוטריטש און גרונטליכע קעיסארבעט צו אידענטיפצירן און זיי אריבערצופירן צו א מער צוגענגליכענע צייטווייליגע אדער לאנג טערמיניגע האוזינג.

פאר מער אינפארמאציע איבער האריקעין סענדי ניו יארק גייט צו www.fema.gov/sandyNY.

www.fema.gov/disaster/40805, http://twitter.com/FEMASandy.   www.facebook.com/FEMASandy  און www.fema.gov/blog.

###

FEMA 'ס מיסיע איז צו אונטערשטיצן אונזערע בירגער און ערשטע הילף צו פארזיכערן אז מיר ארבעטן אינאיינעם אלס א פאלק צו בויען, דערהאלטן און פארבעסערן אונזער מעגליכקייט זיך צוגרייטן צו, באשיצן פון, רעאגירן צו, זיך ערהוילן פון, און פארלייכטערן אלע געפארן.

חורבן ערהוילונג הילף איז גרייט אן אינטערשייד צוליב ראסע, קאליר, געשלעכט, רעליגיע, נאציאנאלע אפשטאם, עלטער, דיסעביליטי, באהאוונטקייט אין די ענגלישע שפראך, אדער עקאנאמישע סטאטוס. אויב ווייסט איר פון איינעם וואס איז דיסקרימינירט געווארן, רופט FEMA טאל-פריי אויף 800-621-FEMA (3362). פאר TTY רופט 800-462-7585.

Last Updated: 
04/26/2013 - 11:13
State/Tribal Government or Region: 
Related Disaster: 
Back to Top