Federal Emergency Management Agency

שטיצע פאר נוי יארק פאר'ן זיך אפרופן צו האריקעין סענדי

Main Content
Release date: 
11/08/2012
Release Number: 
4085-013

ניו יארק סיטי - זינט האריקעין סענדי היט באטראפן ניו יארק דח פארגאנגענע וואך, האט פעדעראלע עמערדזשענסי מענעדדזשמענט עדזשענסי (FEMA) באשטעטיגט איבער 221$ מיליאן צו העלפן מענטשן און משפחות זיך ערהוילן פונם חורבן.

פאלגענד איז אן איבערזיכט פון די חורבן ערהוילונג באמיאונגען וואס פימא שטעלט צו אזוי ווי עס איז אום נאוועמבער 8:

  • איבער 147,000 ניו יארקער האבן זיך פארבינדן מיט פימא פאר אינפארמאציע אדער זיך איינגעגעבן פאר הילף מיט פימא און איבער 221$ מיליאן איז געווארן באשטעטיגט. איבער 73,000 האבן זיך איינגעגעבן דורך די אנליין אפליקאציע וועבזייטל ביי www.disasterassistance.gov.
  • 18 דיזעסטער ריקאווערי צענטערן (DRC) זענען אפען אין ניין דערקלערטע קאונטיס. דאס רעכנט אריין מאביל וועבזייטלעך ווי אויך פיקסט וועבזייטלעך, און אצינד האבן שוין איבער 9,400 איבערלעבער באקומען הילף ביי DRC'ס אין ניו יארק.
  • איבער 1,200 קאמיוניטי רילעישאנס (CR) ספעציאליסטן זענעם סטראטעגיש אויסגעשטעלט דורכאויס אפעקטירטע געגנטער, גייענדיג פון  טיר צו טיר ערקלערנדיג וואספארא סארטן חורבן הילף עס איז פארהאן און ווי אזוי זיך צו רעגיסטרירן. מער טיעמס קומען אן טעגליך.
  • 1,062 אינספעקטארס אין די פעלד האבן פארענדיגט איבער 22,200 היים אינטערזוכונגען.
  • עס זענען פארהאן 27 שעלטערס אין באנוץ וועלכע זענען די היים פאר 4,939 מענטשן.
  • די אמעריקען רעד קראס האט אויסגעטיילט 599,776 מאלצייטן, 471,620 פארבייסן, 64,518 גרויסע ארטיקלען ווועלכע רעכענען אריין זאכן ווי דעקעס, הענטשיך, און קאמפארט קיטס.
  • 2,491,200 ליטער וואסער, 1,363,968 מאלצייטן גרייט צום עסן, 133,650 דעקעס זענען געווארן אויסגעטיילט.
  • די U.S. Army Corps וועלן אפשאצן די Cupsogue/Moriches אינלעט צו פעסטשטעלן די ווייטערדיגע שאדנס דורך די נעכטיגע שטורעם און ווייטער צושטעלן עמערדזשענסי פאוער אפעראציעס מיט קאנצענטראציע אויף באוואוינטע געגנטער.
  • עס זענען פארהאן עלף דיזעסטער מעדיקל אסיסטענס טיעמס (DMATs) פון די דעפארטמענט אוו העלטה ענד יומען סערוויסעס אין שוואונג אין ניו יארק.
  • די דעפענס לאדזשיסטיקס עדזשנעסי האט געקויפט אנלעדעד און דיזיל פיול וועלכע ווערט אויסגעטיילט אין געגנטער דורכאויס נוי יארק וועלכע זענען אפעקטירט געווארן דורך די שטורעם צו צוגעבן צו אנגייענדע פריוואטע סעקטאר באמיאונגעןץ
  • די טרעדזשורי דעפארטמענט און אינטערנאל רעוועניו סערוויס וועלן פארציכטן אויף נידריג אינקאם האוזינג טעקס קרעדיט רולס וועלכע פארבאטן אייגנטומער פון נידריג אינקאם היימען צו צושטעלן האוזינג פאר איבערלעבער פון האריקעין סענדי וועלכע קוואליפיצירן נישט אלס נדיריג אינקאם.
  • די דעפארטמענט אוו דעפענס'ס U.S. טראנפארטאציע קאמענד האט אפגעטראגן 61 פאוער רעסטארעישן וועהיקלס, 65 טעקניקל פערסאנעל, 63 פאוער רעסטארעישן וועהיקלס און 132 טעקניקל פערסאנעל צו סטוארט עיר נעשאנעל גארד עיר בעיס, N.Y.
  • ניו יארק'ס גרויסע חורבן דעקלעראציע איז געווארן געענדערט אזוי אז די ניין דערקלערטע קאונטיס זענען יעצט באשטעטיגט פאר אלע קאטעגאריעס פון פאבליק אסיסטענס, וואס רעכנט אריין צוריקצאלונג פארבארעכטיגטע קאסטן פון עמערדזשענסי רעספאנס סערוויסעס, אפאל אוועקפירונג, און פארררעכטונגען פון פאבליק אינפראסטרוקטור.

מען קען זיך איינגעבן אנליין ביי  www.disasterassistance.gov  אדער דורך סמארטפאון ביי m.fema.gov.   אפליקאנטן קענען אויך רופן 1-800-621-3362  אדער (TTY) 1-800-462-7585.  די וועלכע נוצן 711 רילעי אדער ווידיאו רילעי סערוויסעס (VRS) זאלן רופן 1-800-621-3362. די טאל פרייע טעלעפאון נומערן ארבעטן פון 7 אזייגער אינדערפרי ביז 10 אזייגער אויפדערנאכט זיבן טעג א וואך ביז א ווייטערדיגע מעלדונג.

FEMA'ס מיסיע איז צו אונטערשטיצן אונזערע בירגער און ערשטע הילף צו פארזיכערן אז מיר ארבעטן אינאיינעם אלס א פאלק צו בויען, דערהאלטן און פארבעסערן אונזער מעגליכקייט זיך צוגרייטן צו,  באשיצן פון, רעאיגן,  זיך ערהוילן פון, און פארלייכטערן אלע געפארן.

Last Updated: 
11/20/2012 - 22:44
Back to Top