Federal Emergency Management Agency

FEMA באשטעטיגט 156$ מיליאן דאלאר הילף פאר ניו יארקער שטורעם געליטענע

Main Content
Release date: 
11/06/2012
Release Number: 
4085-009

ניו יארק סיטי – זייט האריקעין סענדי האט באטראפן ניו יארק א וואך צוריק האט ד'י פעדעראלע עמערדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור (FEMA) באשטעטיגט אריבער 156$ מיליאן דאלאר צו העלפן אינדיווידואלן און פאמיליעס זיך ערהוילן פונעם שטורעם.

FEMA האט צוגעשטעלט דעם פאלגנדען סך הכל פון די חורבן ערהוילונגס באמיאונגען ווי עס האלט נאוועמבער 6:

  • מער ווי 123,000 ניו יארקער האבן איינגעגעבן צו באקומען חורבן הילף פון FEMA.
  •  20 חורבן ערהוילונגס צענטערן (DRC) זענען געעפענט געווארן אין ניין חורבן-דעקלערטע קאונטיס.
  • 1,556 FEMA באאמטע זענען אפגעשיקט געווארן קיין ניו יארק אין רעאקציע צו האריקעין סענדי.
  • מער ווי 800 באציאונגען-מיט-געגענט (CR) ספעציעליסטן זענען סטראטעגיש אויסגעשטעלט דורכאויס די באטראפענע געגענטער און גייען פון טיר צו טיר פארשטיין געבן וועלכע סארטן חורבן ערהוילונגס הילף עס זענען פאראן און וויאזוי זיך צו רעגיסטרירן, נאך גרופעס קומען אן טעגליך.
  • מער ווי 1000 אינספעקטארס האבן דורכגעפירט מער ווי 13,300 היים אונטערזיכונגען.
  • ניו יארק גרויסע חורבן דעקלעראציע און געטוישט געווארן און באשטעטיגט אלע ניין דעקלערטע קאונטיס צו באקומען אלע סארטן פון פובליק הילף, וואס רעכנט אריין צוריק-צאלונגען פאר בארעכטיגטע קאסטן פון עמערדזשענסי רעאגירער סערוויסעס, אוועקפירן שמוץ און פארעכטיגונגען פאר פובליק אינפעסטרוקטור.

מענטשן קענען זיך רעגיסטרירן אנליין אויף www.disasterassistance.gov אדער דורך א סעלפאן מיט אינטערנעט צוטריט אויף m.fema.gov.  אפליקאנטן קענען אויך רופן 1-800-621-3362 אדער פאר TTY 1-800-462-7585. די וועלכע נוצן 711-רילעי סערוויסעס (VRS) זאלן רופן 1-800-621-3362. די דערמאנטע טאל-פרייע טעלעפאן נומער ווערט געענטפערט פון 7 אינדערפרי ביז 10 ביינאכט איסטערן זיבן טאג אין וואך ביז א שפעטערדיגע מעלדונג.

FEMA'ס מיסיע איז צו אונטערשטיצן אונזערע בירגער און ערשטע הילף צו פארזיכערן אז מיר ארבעטן אינאיינעם אלס א פאלק צו בויען, דערהאלטן און פארבעסערן אונזער מעגליכקייט זיך צוגרייטן צו, באשיצן פון, רעאיגן צו, זיך ערהוילן פון, און פארלייכטערן אלע געפארן.

 

Last Updated: 
11/20/2012 - 22:26
Back to Top