Federal Emergency Management Agency

מען האָט אָנגעהױבן צוטײלן הילףֿ פאַר צײטװײליקע דעכער איבערן קאָפּ פאַר די לעבנסגעבליבענע פון דעם שטורם סענדי אין ניו זשערסי און ניו יאָרק

Main Content
Release date: 
11/03/2012
Release Number: 
HQ-12-132

װאַשינגטאָן, די. סי. - די פֿעדעראַלע אַגענטור פֿאַר עמערגענץ אָנפֿירונג (FEMA) האָט אָנגעהױבן - לױט דער בקשה פון ניו זשערסי און ניו יאָרק - אָנצװוענדן איר פּראָגראַם פאַר צײטװײליקע דעכער איבערן קאָפּ Transitional Sheltering Assistance -TSA. דער פּראָגראַם ערמעגליכט ראױדיקע לעבנסגעבליבענע װאָס זײנען איצט אין צײטװײליקע ערטער, און װאָס קענען זיך ניט אומקערן צו זײערע הײמען װײל זײ זײנען געשאַדט געװאָרן דורך דעם שטורם סענדי, צו װױנען אין אָנטײלנעמענדיקע האָטעלן אָדער מאָטעלן ביז עס װענען זײן מער פּאַסיקע װױנערטער.

" FEMA העלפֿט די שטאַטן ניו יאָרק און ניו זשערסי נאָכקומען די װױנונגס נױט פון זײערע אײנװױנער" האָט דערקלערט דער אַדמיניסטראַטאָר, ה' פֿיוגײט (Fugate). "דער פּראָגראַם דערמעגליכט די לעבנסגעבליבענע װאָס זײנען איצט אין צײטװײליקע ערטער זײ זאָלן טרעפֿן אַ האָטעל אָדער מאָטעל ביז די סיטואַציע װעט פֿאַרבעסערן. איך רוף װעמען עס קען נין אַהײמגײן און דאַרף אַן אָרט צו װױנען, זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקט מיט FEMA אױף דעם טעלעפֿאָן 1-800-621-3362, אָדער דורכן װעבפּלאַץ www.disasterassistance.gov."

דער ערטשער שריט כדי צו באַקומען הילף, איז זיך פאַרשרײבן בײ FEMA אַגענטור. װער עס האָט געליטן פאַרלוסט אין די באַשטימטע געביטן (קאַונטיס) פון ניו יאָרק און ניו זשערסי דאַרף זיך װענדן אױף הילף אָנרופֿנדיק 1-800-621-3362 אָדער זיך פאַרשרײבן באַנוצנדיקן אַ קלוגן טעלעפֿאָן (סמאַרטפֿאָן) בײ m.fema.gov, , אָדער דורך דעם אינטערנעט בײ www.disasterassistance.gov פאַר װעמען עס קען אָנקומען צו דעם אינטערנעט. װער עס דאַרף זיך צושטעלן פאַר הילף און האָט פּראָבלעמען מיט רעדן אָדער הערן און באנוצט TTY, זאָל אָנרופן דירעקט 1-800-462-7585; װער עס באַנוצט 711 אָדער Video Relay Service (VRS), דאַרף אָנרופן 1-800-621-3362. FEMA בעט אַז װער עס קען זיך פֿאַרשרײבן דורך אינטערנעט זאָל ניט אָנרופֿן טעלעפֿאָניש צו באַפֿרײען די ליניעס פאַר װעמען עס האָט ניט אינטערנעט. דערצײלט אױך די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע אײערע פרײנט און שכנים. 

עס קומט מיגלעך TSA די פּרטים און משפּחות װאָס:

  • פֿאַרשרײבן זיך בײ FEMA כדי צו באַקומען הילף
  • קענען באַװײזן זײער אידענטיטעט
  • זײער הױפּט-הײם (פֿאַר דעם שטורם) איז געװען אױף אַן אָרט װאָס איז באַשטימט אָױף צו באַקומען TSA און קענען באַװײזן אַז זײ האָבן דאָרט געװױנט.
  • צוליב דעם אומגליק האָבן זײ געמוזט פאַרלאָזן זײער װױנאָרט פון פאַר דעם שטורם, און זײנען איצט אונטער צײטװײליקע דעכער.

די פֿעדעראַלע הילף האָט אַלס ציל צושטעלן אַ װױנפּלאַץ, אױף אַ באַשטימטער צײט, ראױדיקע לעבנסגעבליבענע װעלכע האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן זײער װױנפּלאַץ פון פאַר דעם שטורם און זײנען איצט אונטער צײטװײליקע דעכער. דער דאָזיקער פֿעדעראַלער פּראָגראַם װעט ניט צוריקצאָלן די פֿאַרלאַנגערס פון הילף פאַר האָטעל אױסגאַבעס װעלכע זײ זײנען שױן איצט שולדיק; די פֿאַרלאַנגערס זײנען אױך פֿאַראַנטװאָרטלעך פאַר זײערע מאָלצײטן און פאַר װױנונגס קאָסטן איבער דער באַשטעטיקטער הילף.

FEMA הילפֿט אױך מיט שטיצונג פאַר צײטװײליקע הײמען און צו פאַרריכטן הײמען; ביליקע הלװאות כדי צו דעקן פֿאַרלוסטן פון ניט פֿאַרזיכערטן אײגנטום; און האָט אַנדערע פּראָגראַמען צו העלפֿן פּרטים און געשעפֿט באַזיצערס זיך װידער צו שטעלן אױף די פיס נאָך דעם שטורם. ביז 11 אזײגער אינדערפֿרי, האָבן שױן צוגעשטעלט בקשות אױף פֿעדעראַלער קאַטאַסטראָפֿע הילף איבער 118,000 לעבנסגעבליבענע פון ניו יאָרק און ניו זשערסי. מען האָט שױן באַשטעטיקט איבער $106 מיליאָן אין אינדיװידועלער הילף (Individual Assistance).

 
עס איז דאָס שליחות פון דער FEMA אַגענטור צו העלפֿן אונדזערע בירגער און פֿאַראַנטװאָרטליכע פאַר ערשטער הילף, כדי צו פאַרזיכערן אַז מיר, אַלס אַ פֿאָלק, אַרבעטן אינײנעם כדי צו שאַפֿן, פֿאַרהיטן און פאַרבעסערן אונדזער פעיקײט זיך צוצוגרעטן, באַשיצן פון, רעאַגירן צו, צוריק צו זיך קומען און פֿאַרקלענערן אַלע געפֿאַרן.

כדי צו װיסן װאָס הערט זיך בײ FEMA, באַזוכט www.fema.gov/blog, www.twitter.com/fema, www.facebook.com/fema, און www.youtube.com/fema. איר קענט אױך נאָכפֿאָלגן דעם אַדמיניסטראַטאָר קרײג פיוגײט אױף www.twitter.com/craigatfema. די אָנװײזוגען פאַר סאָציאַלע װעבפּלעצער זײנען נאָר אױף אַ רעפערענץ. FEMA רעקאָמאַנדירט ניט קײן שום װעבפּלאַץ, פירמע אָדער קאָמפּיוטער אַפּליקאַציע װאָס איז ניט פון דער רעגירונג.

Last Updated: 
11/06/2012 - 17:48
Back to Top